עולם התורה והמסחר באגייסטערט פונעם רייכן גליון -'משפטים' - פרי יוצרם פון לומדי הכולל 'לבושי חושן'
בראשות הרה"ג ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א
באשריבן דורך הרב י. פיש
די אידישע גאס איז אין די לעצטערע חדשים בארייכערט געווארן מיט די נייע אויפגעכאפטע גליון 'משפטים', א תורה גליון וואס קומט ארויס יעדע צוויי וואכן מיט בירורים און שאלות בדיני חושן משפט, די גליון דינט אריינצוברענגן א קלארקייט און וואכזאמקייט צו די נושא פון דיני ממונות, אין די אריבער צען גליונות 'משפטים' טרעפט מען אן פילע שאלות ותשובות בחלקי חו"מ וואס ווערן אנגעפרעגט דורך די חשובע שואלים, ווען ס'מאכט זיך ביי בעלי בתים און סוחרים א חו"מ שאלה פרעגן זיי אן, און א קבוצה פון געקליבענע תלמידי חכמים זענען משיב אויף די שאלות מיט קלארע בירורים בחלקי הבונה והסותר.
די חלק העיקרי פון די רייכע גליון איז געשטעלט אויף שאלות בדיני ממונות וואס איז עולה על שלחן רבנן, אקטועלע שאלות וואס זענען נוגע בזמנינו, אז מ'בלעטערט אדורך די גליונות טרעפט מען א אינטערסאנטע שאלה וואס ס'מאכט זיך, ווי למשל ראובן האט געבארגט שמעון'ס קאר אבער ער האט נאכנישט געהאט קיין דרייווער"ס לייסענ"ס נאר א פערמי"ט וואס די לויט די חוקי המדינה מוז א צוויטער זיצן מיטן דרייווער אין קאר, און שמעון האט זיך אנגעטראגן אז ער וועט זיצן מיט אים אין קאר, און ראובן האט געמאכט א עקסידענט וואס האט שאדן געמאכט די קאר, ראובן טענה'ט אבער אז ער איז פטור צוליב 'שמירה בבעלים' וואס איז די דין, אויף דעם קומט א הערליכע בירור וואס די חשובע ת"ח האבן מברר געווען לאמיתה של תורה, ווען מ'איז פטור און ווען מ'דארף מאכן א פשרה.
נאך א אינטערסאנטע שאלה וואס מ'זעהט אין די גליון, ר' יענקל האט א דירה אין וויליאמסבורג און ער וויל זיך אוועקצוציען פון שטאט און ער האט געקויפט א דירה אין מאנסי, האט ער פארדינגן זיין וומסב"ג דירה פאר ר' אשר מיט א חשבון אז ביז דריי חדשים ווערט ער אפראווד פאר א מארגעטזש, למעשה איז די אינטרעס"ט רעי"ט ארוף צו הויעך און ער קען נישט קלאוזן אויף די דירה אין מאנסי, צו קען ער צוריקציען פון די שטר שכירות.
אזוי אויך איז אין יעדע גליון צוגעלייגט א אפטיילונג 'משפט הפרשה' א נושא אין חושן משפט וואס איז מקושר צו די פרשת השבוע, למשל אין פרשת לך לך איז דא א בירור צו הילוך איז א קנין חזקה אין קרקע, און אין פרשת כי תשא איז געווען א רייכע בירור וויאזוי 'קטנים' האבן געקענט געבן 'מחצית השקל' זיי קענען דאך נישט מקנה זיין.
די נייע 'גליון משפטים' איז פירות הנושרין פון א חשובע חבורה תלמידי חכמים העוסקים בחוקי חרב יומם ולילה און זענען זיך מייגע שוין פאר אריבער זיבן יאר כולן שוין לטובה אין די באקאנטע 'כולל לבושי חושן' וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט א דירעקטע ציהל אויפצובויען יונגעלייט וואס זענען מסוגל קונה צו זיין דיני חושן משפט במשך פון די יארן.
די כולל ווערט אנגעפירט דורך הרב הגאון ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א זוהן פון הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א און איידעם פון הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א, די חשובע ראש הכולל איז באקאנט אין די עולם הדיינות ווי ער דינט שוין לאנגע יארן אלץ 'בורר' ביי דיני תורות. אויך איז ער מפורסם מיט זיינע הערליכע שיעורים אין חו"מ, בכל מקום בואו רופט מען אים און איז משמיע זיינע רייכע שיעורים און ער איז צולל במים אדירים מיט א זעלטענע בהירות און קלארקייט אין די שווערסטע סוגיות אין חושן משפט.
אזוי האבן די חשובע רבני הכולל די זעלטענע זכיה אדורך צו אקערן די פארפלאנטערסטע סוגיות אין די שווערע הלכות פון חושן משפט, אונטער די געוואלדיגע השפעה און זעלטענע איבערגעגעבנקייט און באגלייטונג פון די ראש הכולל שליט"א וואס מאכט זיכער אז יעדע יונגערמאן זאל מצליח זיין אנצוקומען צום תכלית הנרצה לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא, און מיט דעם אנגרייטן פארן קומענדיגע דור געהויבענע תלמידי חכמים וואס וועלן זיין ראוי לישב על כסאות המשפט.
כלל ישראל בכלל און די עולם המסחר בפרט קוקן ארויס אויף די הצלחה פון די כולל פון די אריות שבחבורה זעהענדיג די געוואלדיגע פירות און די ברכה בעמלם, די אלגעמיינע ציבור זעהט פאר זיך א אפענע טיר אנצופרעגן סיי וואס פאר א שאלה וואס מאכט זיך בדיני ממונות, און ווערט געענטפערט מיט א בהירות און צוגאב צו די הערליכע בירורים אין די 'גליון משפטים', כשלחן הערוך ומוכן לאכול, נוצר תאנה יאכל פריה.
צו באקומען די גליון קען מען שיקן א אימעיל צו subscribe@mishpatim.org